cookie

We use cookies to improve your browsing experience. By clicking «Accept all», you agree to the use of cookies.

avatar

סאטמאר'ע נייעס 🌴

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️ מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' נייעס / באריכטן, בילדער / ווידיאוס, בצל הקודש - בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א. פאר הערות /קאמענטארן, שיקן נייעס/בילדער. @Satmara_NiyesAdmin Email: [email protected]

Show more
Israel2 096The language is not specifiedReligion & Spirituality56 288
Advertising posts
1 474
Subscribers
+224 hours
+67 days
+1930 days

Data loading in progress...

Subscriber growth rate

Data loading in progress...

Photo unavailableShow in Telegram
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי די לוי' פון הרה''ח ר' שלום יוסף גאטליעב ע''ה, ביים ביה''ח דקרית יואל. ▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️ https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC
Show all...
*דינסטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א* דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. בן הר"ר יחזקאל שרגא ברי"א שטיין שליט"א. ב"ר יושע שלמה פעקעטע הי"ו. ב"ר אברהם קליין הי"ו. ב"ר אהרן הערש אינדיג הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, און די תלמידי הישיבה זענען אריין בקו''פ לקראת זייער נסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע, דער רבי האט אנגעוואונטשן און פארטיילט שליח מצוה געלט. ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די דריטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה. מען האט געענדיגט ארום 2:30. אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. אום 4:20 איז דער רבי אהנגעקומען צו די שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי''ו, פארגעקומען אין זיין חדר אוצר הספרים וכתבי קודש, צוגעשטעלט פאר די אברכי הכולל פון בית מדרשינו בנין בראך, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שיינע שמועס איבער פארשידענע נוסחאות אין די הייליגע טעג, און אלטע פארצייטישע מנהגים, דער רבי האט איבערגעקוקט כתבי ידות און אלטע ספרים מבית גנזיו פון צדיקים הקודמים און צוגעצייכנט פארשידענע אינטערסאנטע ידיעות פון די ספרים. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פאר די אברכי הכולל און נאכן בענטשן געזאגט די שבע ברכות, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און מחותנים. מען האט געענדיגט ארום 5:20. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 5:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. ארום 7:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און צווישן אנדערע האט ער געגעבן א גריס פון קרית ויואל משה מאנטיסעלא נאכן וויילן דארט אין די פארלאפענע זומער חדשים, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו. אויך זענען אריין בקו''פ לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א און הגה"צ ר' שמואל דוד סאקס שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין. דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:40, נאך מעריב האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די יארצייט פון זקינו הגה''ק רבי ישראל יעקב יוקל מוואלאווע זיע''א, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור. *מיטוואך פרשת כי תבא* דער רבי האט געדאווענט שחרית ארום 7:30 אינדערפרי אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר דוד עהרנטאהל הי"ו. ב"ר יואל ראזענבערג הי"ו. ב"ר מאניש שפילמאן הי"ו. דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און געזאגט א קדיש לרגל די יארצייט פון זקינו הגה''ק מוואלאווע זיע''א, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר. נאך שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יצחק ברד"ה מערץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. נאך שחרית איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן - ווי שוין ברייט באריכטעט - אויפן וועג צום טראמפ טאוער אין מאנהעטן אויף א שתדלנות זיצונג מיטן זוהן און הויכראנגיגע קאמפיין איינגעשטעלטער פונעם געוועזענער פרעזידענט און יעצטיגער פרעזידענט קאנדידאט טראמפ יר''ה. דערנאך האט זיך דער רבי צוריקגעקערט קיין וומסב''ג ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' שלמה היימאן ע"ה. דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש אויף היוז סט. ארום 2:45 איז דער רבי אריבערגעפארן קיין ב"פ. ביים אנקומען ארום 3:15 איז דער רבי ארויף אין שטוב פון נכדו הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו. דערנאך איז דער רבי אריבער אין די גרענד טערעס זאל צו די שמחת השבע ברכות פון החתן בן הנגיד ר' יהודא דוד רובינשטיין הי"ו מגדולי תומכי מוסדותינו הק' בארה"ב ובאה"ק. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס מיט הרה"ג ר' זושא אויש שליט"א אב"ד וואלקאן און מיט נאך אנדערע אהנוועזענדע רבנים שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים און פארן גאנצן ציבור און דער נאך ארויס אין א רקידה מיטן חתן ומחותנים.
Show all...
פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' משה אלי' וויינשטאק הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל גמר המקח פון בית מדרשינו החדש אויף 58 סט, ווי ער האט אפגעקויפט דעם זכות שם הבנין 'ביהמ''ד לב אהרן', עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ב"פ און אין קר"י, דער רבי האט באטראכט די פלענער פונעם ביהמ"ד און איבערגעגעבן א מתנה פאר חתנו ר' ישעי' רעטעק הי"ו מראשי העסקנים פארן ביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' משה אלי' הי"ו ובני משפחתו. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 5:00 נאכמיטאג ביז 12:30 אויפדערנאכט בחדר הפרטי אין ביהמ"ד הגדול, ווי עס זענען אריין בפו''פ הונדערטער אנ''ש תושבי בארא פארק, צווישן זיי הרבנים הגאונים רבני ודייני קהילתינו רבני העיר וראשי ישיבות ונכבדי העדה, לקראת הימי הרחמים והרצון ולהפקד בדבר ישועה ורחמים. ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו, נאך מנחה האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די יארצייט פון זקינו הגה''ק מוואלאווע זיע''א. דערנאך איז דער רבי אריבער צו די באבוב זאל 'אולם הייטנער' ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן בן הנגיד ר' יוסף אליעזר איצקאוויטש הי"ו, און נאך די חופה ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' יוסף אליעזר הי"ו און פאר די מחותנים און זיידעס. דערנאך איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון עטרת חי' צום מעמד החופה פון חתן כלה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א החתן בן הרה"ג רבי הערשל מייזליש שליט"א רב דבית מדרשינו בית נחום דוב וומסב''ג, בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו 18 ב"פ חתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א. דער רבי איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין און נאך די חופה האט דער רבי אנגעוואונטשן פארן חתן, די מחותנים, פאר די חשובע זיידעס, און די גאנצע משפחה. נאך א קורצע צייט איז דער רבי צוריקגעקומען אין ביהמ"ד און ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור. בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די גרויסקייט פון הרבצת התורה וואס דורך דעם ווערט מקויים די הבטחה פון השי"ת כי לא תשכח מפי זרעו, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו. דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו. נאך מעריב האט דער רבי אריבערשפאצירט צו די זאלן פון עטרת חי' צו די שמחת החתונה בחצרות קדשינו, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן, און דער בדחן הרה"ח ר' יושע ברוך גראס הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן מחותנים, און זיידעס, און אפגעראכטן די ריקודי קודש און געטאנצען מצוה טאנץ לפני הכלה א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן און מחותנים און מיט אלע נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, און עקסטער מיט די אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א און גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. אויפן וועג ארויס האט רבינו שליט"א אנגעוואונטשן פאר די כלה און פאר אחותו הרבנית ממאנטרעאל שליט"א. ספעציעל האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א רב דקהל עצי חיים סיגוט מאנסי לרגל שמחת ארוסי בתו למז"ט. ארום 1:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י. ▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show all...
כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א לברך ולהתברך בברכת השנים, בעת די זמני כניסה אין ב''פ. ▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️ https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC
Show all...
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מסיבת לחיים בבית הרה''ח ר' משה אלי' וויינשטאק הי''ו לרגל גמר המקח פון בית מדרשינו החדש אויף 58 סט, ווי ער האט אפגעקויפט די זכות שם הבנין 'ביהמ''ד לב אהרן'. ▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️ https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC
Show all...
ווידער ווען ער איז געלאפן פאר ווידערוויילונג, ווען ער האט ערהאלטן די אינדארסירונג פון אנ"ש אלס הכרת הטוב, האבן אזויפיל ווי 90% שטימען געגאנגען מיט א לענדסלייד שטימע פאר אים, א זאך וואס האט געברענגט א שטארקע התפעלות און דעמאנסטרירט וויאזוי אונזער מדה פון הכרת הטוב גייט אן גאר שטארק ביי פאליטישע באאמטע, און דער ציבור פאלגט אויס די אינדערסירונגען פון די עסקני הכלל. * דאן איז דער שמועס אריבער אויף פאראויס, ווען דער רבי האט אנגעהויבן רעדן איבער'ן עתיד, אויף וואס מיר קוקן ארויס אז טראמפ אלס פרעזידענט זאל אונז קענען ווייטער נאך מער העלפן, בס"ד. אלס אריינפיר דערצו איז געווארן אויסגעשמועסט אז אונזער וויזיע דא אין אמעריקא איז ווי פאלגנד: אונזער רבי זי"ע, דער גרינדער פון אונזער קהלה און רעטער פון אונזער געמיינדע, איז אהערגעקומען נאך די האלאקאוסט, און אנגעהויבן איבערפלאנצן דא די "אויטענטישע אידישקייט", גענוי ווי אונזערע זיידעס האבן געוואוינט אין אייראפע בעפאר די האלאקאוסט, אין יענע צייטן זענען געווען שווערע טויזנטער ארטאדאקסישע אידן אויסגעשפרייט אין מערערע שטעט און שטעטלעך איבער גאנץ אייראפע. אט דאס, מיט די זעלבע לעבנסשטייגער, האבן מיר איבערגעפלאנצט דאהי אינעם מלכות של חסד, און ווען די צאל ארטאדאקסישע אידן אין אמעריקא וועט האלטן ביי וויפיל עס איז געווען בעפאר די האלאקאוסט אין אייראפע, מיט'ן זעלבן ארגינעלקייט, וועלן מיר זיין נאנט צו א הצלחה אין אונזער וויזיע. דעריבער, האט דער רבי אויסגעפירט אונזער בקשה, אז די געטרייע באאמטע און די גאנצע רעגירונג זאלן אונז ווייטער העלפן צוקומען צו אונזער ציל צו בויען ווייטערדיגע דורות און משפחות אויף אונזער איידעלער וועג אן קיין שטערונגען, און דערמיט איז מען אריבער צו די קריטישע נושא וואס ליגט יעדן אויפן סדר היום: חינוך. דער רבי האט געזאגט אז ער בעט בלויז איין זאך: "די עלטערן" זאלן האבן א "טשויס" אויף די קאריקולעם פון זייערע מוסדות. נישט די רעגירונג, נאר די עלטערן, זאלן מאכן דעם אויסוואל וואס דער סדר הלימוד זאל זיין. ווי ר' גדלי' האט עס אנגערופן מיט'ן אפיציעלן לאזונג "פערענטל טשויס אף קאריקולעם". מיר ווילן לעבן ווי אידן אין אמעריקא, דער פאקט ווייזט אז אן קיין רעגירונג אריינמישונג האט אונז דא גארנישט געפעלט (ב"ה), אונזער קאפ שארפט זיך אויס מיט 'תלמוד', אונזערע אינגעלייט זענען מצליח אין מסחר, אונזער קאמיונעטי פארמאגט יעדע סארט סערוויס וואס פעלט זיך אויס פארן ציבור סיי פאר רעליגיע און סיי פאר ביזנעס, אונז האמיר א כשר'ע און געזונטע עקאנאמיע וואס מ'דארף בלויז צוהעלפן גיין אזוי ווייטער, נישט פרובירן צו שטערן. דא איז געווארן אויסגענוצט די געלעגנהייט ארויסצוברענגען, אז מיר ארטאדאקסישע אידן דאהי האבן גארנישט מיט די סטעיט אף איזראעל. "אידישקייט איז טויזנטער יאר אלט, און איזראעל איז קוים 75 יאר" האט דער רבי געזאגט. אונזער אינטערעסע איז נישט איזראעלי פאליטיק, נאר דוקא די פרידן און וואוילזיין פון אלע אידן, און פון אונזער וואוינארט, אמעריקא. מיר קוקן מיט גרויס זארג וויאזוי מדינת ישראל, מיט איר סעקולער גאווערמענט און סעקולער קאורט סיסטעם טוט רודפ'ן ארטאדאקסישע אידן, און מיר בעטן אז טראמפ זאל טון השתדלות אז עס זאל זיין פולע טעלעראנץ פאר חרדי'שע אידן אינערהאלב די פרייע מדינת ישראל. יעצט איז דא אקטיווע גזירות אויף רעליגיעזע אידן אין איזראעל, און דער מציאות איז אז "ארטאדאקסטישע אידן אין אמעריקא האבן מער רעכטן ווי ארטאדאקסישע אידן אין אר"י" ווי דער רבי האט ערווענט, און מיר ווילן זען א טויש. * די קלארע און ריינע ווערטער זענען ב"ה געווארן אויפגענומען מיט אן אויסטערלישער פארשטענדעניש, און דאן איז מען אריבער ארומצורעדן איבער נאך עטליכע נושאים וועלכע זענען וויכטיג פאר'ן ציבור דא אין אמעריקא, ספעציעל ניו יארק און ניו דזשערסי. מען האט ארומגערעדט בכלליות איבער דעם מאסיוון וואוקס פונעם הייליגן שטאט "קרית יואל", ארויסברענגענדיג אז זייענדיג אין די ריעל עסטעיט ליין ווייסט די טראמפ משפחה וואס דאס מיינט, אז א פלאץ וואו ס'איז 50 יאר צוריק געווען א מדבר שממה, איז היינט פארהאן א שטאט פון ארום 8,000 משפחות, באלד 50,000 נפשות בליעה"ר, און איבער 20,000 תשב"ר, בלי עין הרע. כהיום קומט צו פון נאטורליכע וואוקס אזויפיל ווי 500 נייע משפחות יעדעס יאר בליעה"ר, ציפערן וועלכע האבן אויסטערליש עושה רושם געווען זעענדיג אז מען רעדט דא פון א בליענדע וואוקס וועלכע ווערט אזוי שיין באגלייט און פאדערט אודאי אזויפיל .
Show all...
*לפני מלכים ושרים יתיצב:* *פרעצעדענטלאזער השתדלות-מיטינג דורך כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אינעם 'טראפ טאוער' אין מאנהעטן ערשטמאליגער באשלוס אויסצונוצן איינלאדענונג צו שתדל'ען פאר הילף אינעם עתיד איבער גזירת החינוך אין ניו יארק; די גזירות בארה"ק; האוזינג; שחיטה; און בכלליות איבער אוועקשטעלן פעדעראלע קשרים. מיטינג מיט'ן זון און פאליסי-באגלייטער פון פרעזידענט טראמפ ווערט געקרוינט מיט הצלחה נאך שטארקע פארשטענדעניש אין אלע הינזיכטן* *אין אן אומגעווענליכע און היסטארישע שריט פון "השתדלות" למען הכלל והפרט ולמען אחב"י תושבי הגולה ותושבי ארה"ק צוגלייך, איז היינט פארקומען א באזוך פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט''א אינעם "טראמפ טאוער" אין מאנהעטן, וואו דער רבי איז בטירחא דגברא רבה אראפגעפארן צו האבן א פערזענליכע שתדלנות מיטינג אריינצושטעלן גאר וויכטיגע אידישע אינטערעסן אינעם סדר היום און פאליסי-פלענער פונעם געוועזענעם פרעזידענט און יעצטיגער רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט דאנאלד טראמפ.* דער באזוך וואס האט זיך פארצויגן פאר א שעה צייט, איז געווען מיט'ן זון פונעם קאנדידאט, מר. עריק טראמפ, וואס איז דער געהילף פון זיין טאטן ווען עס קומט צו באגלייטן די צוקונפטיגע אדמיניסטראציע פאליסיס און טראנזישאן טיעם. די פלאן פונעם באזוך האט זיך אנגעהויבן מיט ארום 2 וואכן צוריק, ווען עס איז אריבערגעקומען צום רבי'ן א שתדלן און נאנטער צום טראמפ קאמפיין, הרב יהודה קאפלאן הי"ו פון נארט מיאמי, וועלכע איז א גרויסער געשעפטסמאן אין די פלארידא סטעיט און האט בעבר געהאט אסאך ביזנעס קאנטאקט מיט די טראמפ פאמיליע, און כהיום דינט ער ווי דער פארבינדונגס מאן פונעם קאמפיין צו די חרדישע געזעלשאפטן אויף פארשידענע פראנטן. הרב קאפלאן האט געבעטן פונעם רבי'ן שליט"א אין נאמען פונעם קאמפיין אז זיי ווילן אויפסעטן א מיטינג צו הערן אונזערע געברויכן, נאכגעפאלגט מיט א פערזענליכע צוזאמענטרעף מיט'ן קאנדידאט, כדי צו ערהאלטן די אינדארסירונג פון סאטמאר'ס בלאק-וואט. נאך לענגערע דיונים און אויסשמועסונגען מיט שתדלנים און פאליטישע עקספערטן, האט דער רבי שליט"א געמאכט דעם באשלוס אז אין אזא צייט ווען דאס יהדות החרדית איז אזוי אנגעוויזן צו ווערן באשיצט פון די וואס ווילן אונז שלעכטס טון ח"ו, איז כדאי נישט צו ארויסלאזן אזא געלעגנהייט צו שתדל'ען ביים קאנדידאט, נאכדעם וואס ער האט שוין בעבר באוויזן אויסצופירן פארשידענע שווערע שריט לטובת אידן אין אמעריקא בכלל ובפרט. נאכ'ן באשטעטיגן דעם באזוך איז באשטימט געווארן אז מרן רבינו שליט"א וועט היינטיגן מיטוואך 10 אזייגער פארמיטאג אונטערנעמען דעם היסטארישן פרעצעדענט פון השתדלות למען אחב"י, און פערזענליך אראפפארן צום טראמפ טאוער אין מאנהעטן צו א מיטינג. * צום באשטימטן מינוט איז דער רבי אריין צום מיטינג מיט א גאר ענגע באגלייטונג ווי פאראויס באשטימט. עס זענען אריין מיט'ן רבי'ן העסקן הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו, דער קרית יואל ווילעדזש אדמיניסטראטאר, און העסקן הרב ר' שלום יוסף הערשקאוויטש הי"ו פון וויליאמסבורג, וואס איז א נאנטער פריינט מיט הרב קאפלאן און איז געווען אינסטרומענטאל אין די צוגרייטונגען צו די השתדלות. אין אנהויב פונעם באזוך, ווען עס איז געווארן ארויסגעברענגט אז דער רבי קומט דא אין נאמען פון צענדליגער טויזנטער סאטמאר'ע אידן פון איבער ניו יארק און ניו דזשערסי, ווי וויליאמסבורג; קרית יואל; בארא פארק; מאנסי; לינדען; לעיקוואד אא"וו, האט דער רבי שליט"א פערזענליך אויסגעדרוקט די שטארקע הכרת הטוב וואס דער חרדישער ציבור אין ניו יארק האט פאר'ן געוועזענעם פרעזידענט, פאר די פילע ערנסטע שריט וואס ער האט גענומען לטובתינו דורכאויס זיין פריערדיגע פרעזידענטשאפט, ובפרטיות פאר'ן העלפן ענדיגן צייטליך די קאוויד לאקדאונס; דאס שענקען אן אויסלייז פאר הר"ר שלום ווייס הי"ו און הר"ר שלום מרדכי רובאשקין הי"ו; די רעלידזשעס פרידאם וואס ער האט פארשטארקט, הויפזעכטליך מיט די נייע סופרים קאורט דזשאדזשעס וועמען ער האט אריינגעשטעלט, וועלכע האבן שוין גאר אסאך אויסגעפייט לטובת רעליגיע; די פריזאן-רעפארם ביל, און די נאכפאלגנדע באפרייאונג פון הר"ר מרדכי יצחק סאמעט הי"ו; די רעטונג הילף וואס די סאטמאר מאנסי מוסדות האבן ערהאלטן ווען זיי האבן זיך געמוטשעט מיט קאורט קלאגעס מטעם די לאקאלע עירמאנט רעגירונג ביז די פעדעראלע US אטורני'ס האבן געברענגט אן ענדע דערצו; און נאך. עס איז דערביי געווארן אנגעוויזן אז אונזער גאנצער ציבור האט טאקע ארויסגעוויזן דעם הכרת הטוב! דער ווילעדזש אדמיניסטראטאר האט ארויסגענומען דאקומענטן, און געצייגט די ציפערן וואס ווייזן אז ווען טראמפ איז געלאפן צו זיין ערשטע טערמין, האט ער באקומען די שטימען פון סאטמארע געגנטער בכלל און קרית יואל בפרט, פון בערך 50% פון די וויילער.
Show all...
עס איז געווארן א שמועס איבער די כוחות וואס מען לייגט דא אריין אז ס'זאל זיין אפארדעבל האוזינג, און עס איז געווארן אויפגעברענגט א נייער רעיון איבער "קאלעדזש סעקשאן 8". דהיינו, אז היות ביי אונזער ציבור האט מען שוין חתונה ב"ה פון די 18 יאר און ווייטער, נאך זייענדיג אינמיטן די קאלעדזש יארן, וואס באדייט אז עס זענען דא טויזנטער אינגעלייט וועלכע זענען פאקטיש אין די קאלעדזש יארגאנג אבער באקומען נישט קיין 'דארמיטארי' נאר צאלן רענט פאר א דירה, וואלט געווען פאסיג זיי זאלן כאטש באקומען עפעס א סארט דין קדימה, אדער א ספעציעלע סארט, פון די סעקשאן 8 פראגראם זיי צו העלפן אויסצאלן זייער דאך איבער'ן קאפ. דערנאך איז געווארן ארומגערעדט איבער די כשר'ע שחיטה, און דער רבי האט ספעציעל געבעטן מען זאל טון השתדלות מבטל צו זיין א געוויסע שווערע רעגולאציע וועלכע הויערט אז די זאלץ וואס מען נוצט צו זאלצן די פלייש זאל מוזן ווערן דעזאלווד בעפאר'ן אריינגיין אינעם דרעינידזש און סוער, עפעס וואס קען טריפלען די פרייזן פאר כשר פלייש אין אמעריקא. מען האט אויך ארומגערעדט איבער די אלגעמיינע חלל אין קשר צווישן וואשינגטאן און די חרדי'שע אידן, זינט זייער אסאך מאל קומט אויס אז די ווייסע הויז שטעלט אלס אידישע ליעיזאן אזעלכע וואס פארשטייען בכלל נישט די געברויכן פון די ארטאדאקסישע קאמיונעטי, אפגערעדט פון אזעלכע וואס זענען ענדערשט א ליעיזאן פאר די מדינת ישראל לאביאיסטן. ס'איז געווארן ארויסגעברענגט אז דער היימישער ארטאדאקסישער ציבור באשטייען פון צענדליגער טויזנטער מענטשן, און עס איז וויכטיג אז וואשינגטאן זאל האלטן מיט אונז א קשר דורך ליעיזאנס וועלכע האבן שייכות מיט אונז, פארשטייען אונזער לעבנסשטייגער און אונזערע געברויכן, און דאס איז נוגע פאר ערליכע תורה-טרייע אידן אין אלע געגנטער באזונדער. דער מיטינג האט זיך געענדיגט נאך כמעט א גאנצע שעה פון גאר א פארשטענדליכע שמועס, וועלכע האט ווי עס שיינט געווארפן א שטארקע ליכט אויף אונזערע געברויכן און געברענגט שטארקע קלארקייט און אינפארמאציע אויף אן אופן וואס איז נאכנישט געווען קיינמאל ביז היינט מיט א פרעזידענטליכע אפיס, און עס איז יעדנס האפענונג אז פון רבין'ס מסירת נפש אונטערצונעמען דעם וויכטיגן נסיעה טראץ די פארנומענע זמנים אין וואס מען שטייט, זאל טאקע ארויסגעקומען די געוואונטשענע רעזולטאטן און מען זאל קענען האבן אפענע טויערן בעתיד פאר אלע אונזערע געברויכן בכלל, און די דערמאנטע נושאים בפרט, ועל כולם דער שווערע גזירת החינוך וואס די ניו יארקע עדיוקעישן דעפארטמענט האלט אינמיטן אויספירן מיט א ציל צו צושטערן ח"ו דעם אידישן חינוך אין אמעריקא כמקובל מדור דור, ואנחנו בשם ה' אלוקינו נזכיר, ובשם ה' נעשה ונצליח. *ותטה לב המלכות עלינו לטובה.* ▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show all...
Choose a Different Plan

Your current plan allows analytics for only 5 channels. To get more, please choose a different plan.